Interests - OCR'ed Yiddish texts

Here is a collection  of Yiddish texts OCR'ed by Tesseract and hebOCR.
The correspondence e-mail for comments, corrections etc.: safonov@gmail.com
 
שיקע דריז
(1908-1971)
"די פערטע סטרונע"
 
כאָטש שוואכער און שוואכער עס ווערן די אויגן
און אָפשיידן ווערט שווערער דאס בלויע פון גרוי,
 וועל איך ניט אופהערן, וועל איך ניט מיד ווערן
 זוכן די נאָדל אין א סקירדע מיט שטרוי...
 
 

אך, מענטשן
 
כאָטש איך האָב קיין דראטווע
און קיין פּיצל לעדער,
ניט קיין פּאפּ און ניט קיין פלעקל.
חוץ א טינט און פעדער, -
דאָך וואָלט איך, דאָך וואָלט איך
גענומען מן קאיאָר,
און אופגענייט איך וואָלט פון אים
מעשטעלעך א פּאָר.

 
זאָל א קינד, וואָס קאָן שוין גיין
און קאָן שוין עפּעס זאָגן,
אף די ליפּן מן גוטמאָרגן
אך אנטקעגנטראָגן.

 
כאָטש איך האָב קיין שערל,
וואָס האָט די ווערט א דרער,
ניט קיין ציץ און ניט קיין פאָדעם.
חוץ א שטיקל בלער, -
דאָך וואָלט איך, דאָך וואָלט איך
קיין רגע ניט געטראכט,
פאר דעם קליינווארג פון מן טאָג
קאָפטעלעך געמאכט.
 
זאָלִ א מאמע שוין איניינעם
מיט איר קינד געבענטשטן
אף די הענט ארומטראָגן
מן גוטהעלף פאר מענטשן.

 
כאָטש כ' האָב ניט קיין וואָלנס,
וואָס זאָל אף עפּעס טויגן.
ניט קיין זד און ניט קיין פּליוש.
חוץ פּאפּיר א בויגן, - -
דאָך וואָלט איך, דאָך וואָלט איך
גענומען מן פארנאכט - -
און פון אים א טשיפּעקל,
א ציאצקעלע געמאכט.

 
זאָלן קינדער שוין אין פריידן.
אין דער ווט צי נאָענט,
שטענדיק אך אנטקעגנטראָגן
מן הארציקן גוט-אָוונט.
 
1960

ניט איך וויין און ניט איך לאך
זאָל זן די טרער
די הייסע געבענטשט, -
א מענטש
דארף זן א מענטש!

 
נאָר מנע אויגן -
א טרוקענער דנאָ;
קיין איינציקע טרער
איז ניטאָ!

 
זאָל זן דאָס לאכן
דאָס געזונטע געבענטשט,-
א מענטש
דארף זן א מענטש!

 
האָט אָבער געטראָפן
מיט מיר אזא זאך,
אז ניט איך וויין
און ניט איך לאך.
1948

מנע קווייטן
באנאכט, ווען מע זעט ניט קיין פונק אין
די שטיבער,
וועגן זיי, וועגן די קווייטן, טראכט איך
איבער;
און טויזנט מאָל צום פענצטער לויף איך צו
און געפין זיך אף דער עלטער ניט קיין רו.
איך האָב מורא, אז עמעצער, בכּיוון,
וועט צעטרעטן זיי אין גאָרטן מיט א שטיוול...
צי אן אויסוווּרף מיט א מיאוסן זידל-וואָרט
וועט גאָר איבערשרעקן מנע קווייטן דאָרט...
קאָנען זיי, חלילה, דאָס קוועקזילבער צעשיטן,
קאָנען זיי, חלילה, די זאפטן ניט פארהיטן,
די דינע ריחות, די צארטע פארבן
און קאָנען, ניט פאר אונדז גַעדאכט,
חלילה שטארבן...
הנט אָדער מאָרגן, די שאָ קאָן דאָךַ קומען,
דערלאנגען א קוויטל און מאָנען די בלומען -
איז וואָס וועל איך ענטפערן, וואָס וועל
איך זאָגן?
עס האָט זיי א דונער, א האָגל דערשלאָגן?
 
כ'האָב שלעכט זיי געהיט? פארשפּילט
זיי אין קאָרטן?
צי אפשר פארשיקערט די קווייטן פון
גאָרטן?..
באנאכט, ווען מע זעט ניט קיין פונק אין
די שטיבער,
וועגן זיי, וועגן די קווייטן, טראכט איך
איבער;
און טויזנט מאָל צום פענצטער לויף איך צו
און געפין זיך אף דער עלטער ניט קיין רו.
1962

די לערער
אָט זע איך א ווינטער-פרימאָרגן,
א דאָרף, ווי א קנלעכל וואָל.
און זיך מיט א פּעקעלע העפטן
אינדערמיט פון א ליכטיקן טאָל.

 
פריש געפאלענע שנייען.
ביימער אין פראָסטיקן צוויט,
איך טרעט אין די גריבעלעך גרייטע
פון מן לערערס געמאָסטענע טריט.

 
דאכט זיך מיר בא הנטיקן טאָג,
ווען ס'זנען שוין גראָ מנע האָר,
אז איך גיי אים שוין נאָך אָט אזוי
גאנצע זעכציק יאָר.
1962

יונגט
איינמאָל, איינמאָל אין א לעבן
ווערסטו, יוגנט, אונדז געגעבן
מיט דן לאכן, מיט דן וויינען,
מיט די אלע זיבן חנען;
מיט דן זאפרען, מיט דן קימל,
מיט דן וווינען אפן הימל,
מיט דן מאָרגן, מיט דן איצטער,
מיט דן טאפּן אין דער פינצטער.
מיט דעם ציטער פאר דעם גליק
און דן וועלן כאפּן צוריק.
1938

דער ערשטער שניי
 
א שניי איז אויסגעפאלן הנט
א קלאָרער און א ציכטיקער,
ווזט זיך אויס - די גאנצע וועלט
איז פריילעכער און ליכטיקער.

 
איך עפן אוף מן ברייטע טיר
און טראכט, צי גיין, צי ניין.
צי זאָל ער ליגן נאָך א שאָ,
דער שניי, ווי שפּיגל ריין.

 
נאָר פּלוצעם טוט א טיר א סקריפּ
און אומריינס טוט א פּליוך,
און ס'לויפט א חזיר דורך פארב
און טרעט מן שניי - מן פּוך...

 
ווער איך בייז און אויסער זיך
און מן פארדראָס איז גרויס,--
וול שטענדיק צווישן יאָ און ניין
כאפּט א חזיר אויס.
1965
 

שטיל, שטיל, שטיל
 
געטרונקען, געזשומעט
שוין איבערגענוג.
באגלייט זשע מיך, חבר,
צום קיעווער צוג.
דאָרט, בא מן מאמען,
געבליבן מן שפּיל,
וואָס הייסט בא די קינדער
שטיל,
    שטיל,
      שטיל.
 
כ'וועל לאָזן אין דרויסן
מן קלומען מיט זינד,
כ'וועל בעטן די מאמע
פארוויגן איר הינד;
פארוויגן, ווי דעמלט,
אין יענער-אָ שפּיל,
וואָס הייסט בא די קינדער
שטיל,
    שטיל,
      שטיל.
 
פארטאָג וועט מן חלום
אנטרינען ווי נעפּל
 
און לאָזן צוקאֶָפּנס
א ווניקן עפּל
און ווינטשן א ז-געזונט,
געענדיקט די שפּיל...
באגלִייט זשע מיך, חבר,
שטיל,
    שטיל,
      שטיל.
1964
 

מענטשן דערציילן
 
ווען מע האָט מיך פארפּוצש אין א מאנישקע
                                         מיט א שניפּס
און זי, די כלה מנע, אין איר ווס-
געפאלדעט קלייד,
האָט אין אונדזערע אויגן - דערציילן
                                      מענעשן -
געשנט און געלויכטן א ים מיט פרייד.

ווען די מעשענע מאצן און די הילצערנע
                                            פלייטן
האָבן אונדז פון דער חופה געפירט צוריק,
האָט אין אונדזערע אויגן - דערציילן
                                        מענטשן -
געשנט און געלויכטן א ים מיט גליק.

און שפּעטער מיט יאָרן, ווען איך און
                                       מן ווב
האָבן שוין ארויסבאגלייט אוגדזער קינד
                                    פונעם טויער,
האִָבן מענמשן געזען אין אונדזערע אויגן
א ים מיט טרויער.
היִיִנט זיץ איך באם ים און איך ווארט
                                    אף א בריוו –
א טאטע פון קינדער און א זיידע א גרויער -
און קוק זיך אן אין דער בלויער טיף
פון א ים פול פרייד,
פון א ים פול גליק,
פון א ים פול טרויער.
1964
 

צו מן קינד
באם שווארצן ים
האָט מיר דערציילט
די ווסע מעווע,
וואָס שוועבט אין לופט,
אז דער ים אליין
איז מיר מקנא
מיט מן גילדן פישעלע,
וואָס ליגט און שלאָפט.

 
באם שווארצן ים
עס גרינען סעדער
און בלומען פּרעכטיקע
דאָרט וואקסן אויס,
נאָר יעדעס בלעטל
איז מיר מקנא,
וואָס ס'וואקסט בא מיר
אזא מין רויז.

 
באם שווארצן ים
פיל קלאָרע קוואלן,
נאָר מיר האָט אנגערוימט
בסוד דער ווינט,
אז ס'איז ניטאָ
אזא מין קוועלכל,
וואָס פּלאפּלט פריילעכער,
ווי דו, מן קינד!
1964
 
מן שענסטע ליד

אך, ווען מקוים זאָל ווערן מן ווילן:
אָזערעס צוויי וואָלטן זן מנע ברילן:

א וואָלקן א בלויער וואָלט א העמד מיר
                                         געשיקט -
א העמד אי פון זון, אי פון רעגן געשטריקט.
דער וואלד וואָלט א דעמבל געשענקט
פאר א שטעקן -
שפּאן איך די וועלט אויס פון אלע פיר עקן.

 גיי איך און גיי און דערזע א געצעלט,
זיצט דאָרט א טויב און זי צימערט פאר קעלט.
צעהאק איך מן שטעקן, כאָטש ער איז
                                       מיר טער,
און צעלייג אפן פּריפּעטעשיק תּיכּף א
פער -
ווארעם זיך, טבעלע, רייכער זיך, קוימען!
דערזע איך א פעלד מיט פארדאָרבענע זוימען,
נעם איך מן העמדל, מן איינציק פארמעגן,
און דעק צו דאָס פעלד מיט זון און מיט רעגן.

גיי איך מיר ווטער דורך א דערפל א שטילן,
זע איך,
ווי קינדער אין די אָזערעס שפּילן
לאָזן דאָרט שיפלעך אף מנע פּאָר ברילן -
איז אפשר מקוים געוואָרן מן  ווילן?..
ווען דאָס זאָל זן אמת, ווי איך בין א ייִד -
דאָס וואָלט געווען דאָך די שענסטע מן ליד!
1967
מײַן קאַפּ איז גרוי...
שמואל האַלקינען
מײַן קאָפּ איז גרוי,
דער אַקסל מיד,
נאָר ניט אויסגעוועפּט
אין האַרץ מײַנעם די ליד...
וואָלט איך אָנהייבן
פֿון אָנהייב אַלץ געקענט.
וואָלט איך אויסגעשטרעקט
צום הימל מײַנע הענט -
און געלאָפֿן,
און געשפּילט זיך,
ווי אַ קינד,
מיט דעם האָגל,
מיט דעם רעגן,
מיט דעם ווינט.
דער קאָפּ איז גרוי,
דער אַקסל מיד,
נאָר ניט אויסגעוועפּט
אין האַרץ מײַנעם די ליד.
וואָלט מיר אָנהייבן
מון אָנהייב זײַן באַשערט,
וואָלט איך נעמען
אַף די הענט מײַנע די ערד-
מיט די וויכערס,
מיט די זליוועס,
מיט דער קעלט,
כ'האָב אַ חשבון
נאָך אַ גרויסן
מיט דער וועלט.
נאָך ניט אויסגעשעפּט
מײַן טיפֿער יַם מיט לייד,
נאָך ניט אָנגעפֿילט
מײַן פֿינגערהוט מיט פֿרייד...
דער קאָפּ איז גרוי,
דער אַקסל מיד,
נאָך ניט אויסגעשאַלט,
ניט אויסגעשפּילט מײַן ליד.
 
 1956
 
באם סאמע דניעפּער
אַף פּאָדאָל,
באַם סאַמע דניעפּער,
בענקט אַ מאַמע נאָך איר זון;
ליבער חבר,
פֿאָרסט קיין קיִעוו,
קלאַפּ איר דאָרט אין פֿענצטער אָן.
זאָג איר גאָרניט,
וואָס איז ווערטער...
מאַך פּאַמעלעך צו די טיר,
עם און טרינק
מײַן וועטשערע,
וואָס שטייט דאָרט אָנגעגרייט פֿאַר מיר.
שפּאַר זיך צו
אַף מײַנע קישן,
לעש ניט אויס די קאַרגע שײַן
און מיט מײַנע אויגן, חבר,
קוק זיך אין איר פּנים אײַן.
פֿון יעדער רינוועלע,
מון יעדער קנייטשל
וועט רינען לויטערקײַט,
וועט שײַנען גליק,
ווען ס'וועט זיך איר דאַכטן,
אַז דאָס בין איך געקומען
מיט פֿינף און דרײַסיק יאָר צוריק.
-------------------------
שוין אַָנגעזונגען זיך מיט לידער,
באַ אַלע פֿאָרהענגלעך געווען.
שוין אויסגעמאָסטן אַלע שטעגן
און ניט נאָר איין מאָל - אַ מאָל צען.
פֿון גליק אַ מידער, דרייט דער קאָפֿ זיך
מיט שײַן לבנהיקער באַצירט -
שוין אַלע מיידלעך צו די גאַנעקעס,
צו די טרעפּלעך אָפּגעפֿירט,
שוין אַלע שטערן אויסגעלאָשן
און ס'האַלט שוין ערגעץ באַ קאיאָר,
נאָר מײַן מאַמע דאָס אויג פֿאַרמאַכט ניט-
שוין גאַנצע פֿינף און דרײַסיק יאָר.
זאָג איר גאָרניט, וואָס איז ווערטער...
גיב קיין גרוס פֿון מיר ניט אָפּ -
פֿאַר איר בין איך סײַווי געבליבן
אַ נאַריש קינד מיט אַ גראָוון קאָפּ.
1945
 

טיק-טאַק, טיק-טאַק

 
דער זייגער טיקעט
טיק-טאַק, טיק-טאַק,
די באָבעניו לאַטעט
איר פּליושענעם סאַק.
די מאַמע איז עפּעס
פֿאַרזאָרגט און פֿאַרבענקט,
דעם טאַטעניוס פֿידל
אַף אַ צוועקעלע הענגט.
איך זיץ אינדערשטיל,
און אַ שטעקל איך שניץ,
אַמאָל נאָר, אַמאָל
טוט דער פֿידל אַ זיפֿץ.

1941
 

האַרבסט


ווען אונטער דער סטריכע
פֿון פּאָפּעליאַטע שטרוי
מיט פאַריסענע סטאָנדלעך
הענגט דער פּאַפּעשוי,

און ס'וואַרעמט זיך ווישניק
אין פֿענצטער אַ פלאַש,
און ס'רייכערט אַף גערטנער
פֿון היטשקע דאָס אַש, -

דעמלט שמעקט אונדזער קעלער
מיט געזײַערטן קרויט,
דער בוידעם - מיט עפּל,
די מאַמע - מיט ברויט.

1932

כ'זאַַל מערער ניט וועלן

איך ליג אַין מײַן בעטל
און טראַכטן איך טראַכט:
טאָמער עס טרעפֿט זיך,
איך שטאַרב גאָר באַנאַכט
און מאָרגן, ווי שטענדיק,
כ'שטיי אוף צו דער שעה,
דערזע איך - אוי, וויי איז מיר,
אַז איך בין ניטאָ;
איך זוך זיך אין קיך,
איך שאַר אין דער שטרוי.
און פּלוצעם... איך שטעק
אינעם אײַנגעמאַכטס סלוי;
צינד איך זיך אָן,
ווי מײַן טאַטע, פֿון כּ
עס
און כ'טו אַ צעשפּיליע
מײַן לעדערנעם פּאַס,
און כ'לאָז אַף זיך איבער
אַ צענדליק מיט קאַרבן,
כ'זאָל מערער ניט וועלן
גאָר טראַכטן פֿון שטאַרבן.
1933
ניט שױן זשע קינאה?..
 
שטעלט אײַך פֿאָר און מאָלט אײַך אױס -
אַ פֿײַנע פֿאָר קערבלעך האָט געװוּנען
מײַן טױז;
בין איך געגאַן און געקױפֿט פֿאַר דעם געלט
אַ טײַערן בוטל מיט ליכטיקער װעלט;
זײַנען באַלד אָפֿן טיש בײַ מיר בעכער
געשטאַנען, -
אַ בענקל אַ לײַטישס פֿאַר יעדן פֿאַראַנען,
גאָפּל און מעסער, פּעטשאַ אָפֿן טעלער,
געזײַערטע אוגערקעס גלײַך פֿונעם קעלער,
גענדזענע גריװן, כרעמזלעך און חלה -
דאַכט זיך, איז װאָס? שױן יוצא פֿאַר אַלע...
האָט אײנער געװײנט, אַ צװײטער געקװעלט,
דעם דריטן האָט געקערט פֿון מײַן
ליכטיקער װעלט,
דעם פֿערטן - האָבן מענטשן מיט כּוח
געהאַלטן,
ער זאָל מיר, חלילה, דעם קאָפּ ניט
צעשפּאַלטן.
 
 
1936




א טרא-לא-לײַ


קיינער קלאַפּט ניט
אין מײַן טיר,
קיינער בענקט שוין ניט
נאָך מיר.
נאָר אַ שמאטניק
מיט זײַן זעקל
האַנדלט אײַן
מײַן יום- טובֿ-רעקל.
ער באַטראַכט עס
אויף דער שײַן,
צי קען נאָך עפּעס
פֿון  דעם זײַן.
טוט אַ שמייכל,
טוט אַ וווּנק מיר,
ס’איז שוין, זאָגט ער,
ניט קיין סחורה,
ס’איז שוין, זאָגט ער,
אַ טרא-לא-לײַ...
 

אוי, בין איך אַמאָל
געווען אַ יונג אַ שיינער,
אַ יונג מיט ברייטע פּלײצעס -
אַ יונג מיט ביינער.
אויב געגעסן -- איז געגעסן

פֿון אַ טיפֿן טעלער.
אויב געטרונקען -- איז געטרונקען
פֿון אַ טיפֿן קעלער.
אויב געפּאַטשט -- איז געפּאַטשט
ביז איינברעכן די ריפּן.
אויב אַ מיידעניו געקושט,
איז אײַנשלינגען די ליפּן.

און הײַנט בין איך,
און הײַנט בין איך
שוין אײַ-אײַ-אײַ...
און הײַנט בין איך,
און הײַנט בין איך
שוין טרא-לא-לײַ.
 

1962
 

 

No comments: